11/15/2012

לאָמיר אָנהײבן! איך הײס שײנדל. איך װױן אין אַ דירה אין ברוקלין, ניו יאָרק. איך קום פֿון ניו דזשערזי. איך האָב צװײ ברידער און אײן שװעסטער. מײַן שװעסטער, גיטל, האָט לאַנגע, ברױנע האָר, און זי װױנט אין אױסטראַליִע. זי איז קלוג און גיך! זי גײט לױפֿן אַלע טאָג. 


איך בין אַ פּילאָט און אַ סטודענטקע. איך לערן זיך מאַטעמאַטיק אין לומפּען אוניװערסיטעט. איך בין צװײ און צװאַנציק יאָר אַלט. און װער ביסטו?

No comments:

Post a Comment